Print
Email
איבער לא תשכח דאס אידישע טראדיציע טוט אנערקענען בתי קברות אלס הייליגע ערטער, וואס טאר קיינמאל נישט ווערן צושטערט. די אידישע בתי עלמין ווי אויך קברי אחים (מאסן-גריבער) איז א קלארער צייכן איבער די פארניכטיגונג פון די אידישע געמיינדעס, ווי אויך א באזע אויף וואס צו לערנען די לעסענס פון די האלאקאוסט (צווייטע וועלטס קריג). די בתי עלמין שטייען אלס באווייז צו די געשיכטע פון דאס אידיש געמיינזאמען לעבן איבער די אייראפעישע קאנטינענט, און זענען א וויכטיגע טייל פון די איראפעישע לענדער'ס פארשידנארטיגע קולטורעלע געשיכטע. עס פארמערט זיך די געלעגנהייטן אפ צו היטן און ווידער אהער שטעלן אידישע בתי קברות און מאסן גריבער דורכאויס אייראפע, אבער גלייכצייטיג ליגן פילע טויזענטע פון די דאזיגע ערטער נישט אפגעהיטן און אן אויפזוכט, מיט פיל מעגליכע נייע דראונגען צו זייער יעצטיגע אומפארזיכערטע עקזיסטענס. פארנאכלעסיגהייט, אום-פאסענדע קאמערציעלע און אינדוסטריעלע פארברייטערונג פראיעקטן, וואנדאליזם, גניבות, ווי אויך (גוט מיינענדע אבער) אומפראפעסיאנעלע פריוואנגען צו ווידער אהער שטעלן די בתי עלמין, דראעט אפצומעקן אויף אייביג דאס וואס איז מאנכע מאל די איינציגסטע איבערגעבליבענע אנדענק איבער די וויכטיגע ראלע פון די אייראפעישע אידישע געמיינדעס פון פארן קריג. אן זאפארטיגע שריט, קענען פיל באלד אפגעמעקט ווערן אויף אייביג. די לא תשכח אייראפעישע אידישע בתי עלמין אינציאטיוו, איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2006, אלס א צוזאמענארבייט פון די וועידת רבני אירופה און די וועידה לתביעות יהודיות חומריות כנגד גרמניה. לא תשכח איז אין חודש יוני 2008 אנערקענט געווארן דורך די בעלגישע קעניגליכע געזעץ, וואס טוט אפיציעל אוועק שטעלן לא תשכח אלס א פארבאנד פון נוצן פארן ציבור אונטער די בעלגישע געזעץ (נומ. 899.211.180). לא תשכח צילט צו פארזיכערן די עפעקטיווע און לאנג יעריגע אפהיטונג און פארזיכערונג פון די אידישע בתי עלמין דורכאויס די אייראפעישע קאנטינענט.
די דאזיגע אונטערנעמונג, אידענטיפיצירט מיט דעם נאמען "לא תשכח" (פארגעס נישט!), טוט צוזאמען שטעלן א קאטאלאג פון אלע אידישע בתי עלמין אין אייראפע. די קאטאלאג וואס איז אפן צו יעדעם, ענטהאלט היינט צו טאגס, אינפארמאציע פון איבער אכט טויזנד בתי עלמין און מאסן גריבער. די לא תשכח פראיעקט טוט אויך פראדוצירן א צינויפשטעלונג פון אלע נאציאנאלע און גלאבאלע געזעצן וועלכע זענען גילטיג צו די ערטער, וואס וועט צונוצקומען צו פארבעסערען די אפהיטונג פון די אידישע מסורה אין אייראפע. א הויפט-ציל איז צו ארבייטן מיט די אייראפעישע יוגענט, אויפצולעבן די אייראפעישע געשיכטע, אין דורך דעם צוברענגען די אנערקענונג אין די אייגענשאפטן וואס זענען וויכטיג פאר פארלעסליכע בירגערשאפט ווי אויך געמיינזאם רעספעקט. די ארבייט טוט געבן פאר די יוגענט א בליק אויף די אידישע קולטור, און מאבאליזירט זיי זיך אפצוגעבען פאר אונזער געמיינזאם קולטור. די פראיעקט נוצט די אידישע בתי עלמין - א פיזישע צייכן פון די געוועזענע בליעדיגע אידישע קהילות - אלס פראקטישע אקטיווע מיטל און לערן פראגראם איבערצוגעבען פאר די יונגע דורות די לעסענס פון די האלאקאוסט. גרופעס פון יונגע מיטארבייטערס, געלערנט דורך לא תשכח, האבן שוין אנגעפאנגן צו באזוכן טויזענטע אידישע בתי עלמין דורכאויס אייראפע. די גרופעס קלויבן צוזאמען אויף דעם געגנט, וויכטיגע אינפארמאציע פון אידישן לעבן, געשיכטע, און קולטור, ווי אויך טוען זיי פאטאגראפירן און אונטערזוכן די בתי עלמין, און אפטמאל נעמען זיי אונטער פראקטישע שריטן צו העלפן ראטעווען און אפהיטן די וויכטיגע ערטער. פאר מער אינפארמאציע וועגן די לא תשכח פארבאנד, ביטע ווענדט זיך צו די אינפארמאציע קא-ארדינאטור. data@lo-tishkach.org |